אידיש

בעזהשי"ת

ברוכים הבאים

- צו -

“מרכז השד”ר”

דער רוקן ביין פון לעגאלע פארלעסליכע ווירטשאפט פון צדקה געלטער אין קאנאדא

מרכז השד”ר אדרעסירט די אלע וויכטיגע טעמעס מיט א שפאגל-נייע סיסטעם, באזירט אויף דריי יסודות:

א. “סערטיפיקאטן” פאר אויסלענדישע מוסדות, אגענטורן, און יחידים, צו באשטעטיגן אז זיי קענען געניסן פון “טשעריטי” הילף.

ב. ארגאניזירט צוזאמען מיט די גרעסטע צדקה ארגאניזאציעס אין קאנאדא.

ג. אלעס אויסגעארבייט הונדערט פראצענט לעגאל אויף שטארקע יסודות.

באשטעטיגט ž ארגאניזירט ž לעגאליזירט

“סערטיפיקאטן” פאר אלע אויסלענדישע מוסדות, אגענטורן און יחידים

פילצאליגע מוסדות און נצרכים קומען אהער צו באקומען הילף דורך “טשעריטי” ארגאניזאציעס וואס באקומען “טעקס דידאקטעבל” נדבות פון אחינו בני ישראל, און לויט די רעגירונג פארשריפטן קען די “טשעריטי” נאר געבן הילף פאר אזעלכע וואס זענען לעגאל בארעכטיגט דערצו.

לעצטנס טוען קאנאדער שטייער באאמטע אינפארסירן די דאזיגע פארשריפטן זייער שטרענג, און צדקה צוועקן און שליחים פון אויסלאנד וואס האבן נישט קיין אייגענע טשעריטי דאהי קענען נישט לעגאל צוקומען צו די נויטיגע הילף.

“מרכז השד”ר” האט דעריבער איינגעפירט א קראנטע, שנעלע און סאפיסטיקירטע סיסטעם, באשטעטיגט דורך ערפארענע לאיערס, צו באשטעטיגן סיי וועלכע מוסד, צדקה צוועק, אדער שד”ר, מיט א לעגאלע סטאטוס צו באקומען “טשעריטי” געלטער.

צו באקומען אזא באשטעטיגונג, דארף מען ברענגען דאקומענטן לויט די רעגירונג פארשריפטן, מיט פונקטליכע אנווייזונגען לויט די פרטים פון יעדע צדקה צוועק באזונדער.

ווען “מרכז השד”ר” האט אלעס פעסגעשטעלט, און מ’קען טאקע לעגאל באקומען נדבות פון צדקה געלט, באקומט מען אן אפיציעלע “סערטיפיקאט” וואס איז גילטיג אויף 1 יאר.

אפיליאירט מיט די גרעסטע ארגאניזאציעס אין קאנאדא

“מרכז השד”ר” ערפילט א גרויסן חלל וואס איז ביז היינט נאך נישט ערפילט געווארן, צו געבן די קריטישע הילף פאר צדקה צוועקן און נצרכים זיי זאלן קענען באקומען לעגאלע נדבות דאהי אין קאנאדא, און אזוי ארום זאלן זיי קענען ווייטער אנגיין מיט די געוואלדיגע עבודת הקודש פון מעשי צדקה וחסד.

באלד ביים גרינדונג איז “מרכז השד”ר” שוין אפיליאירט מיט פיר פון די גרעסטע “טשעריטי” ארגאניזאציעס ביים חרדישן ציבור אין מאנטריאלVMM , CTM, MCB און ARIZAL , מיר האפן אי”ה אז במשך די קומענדיגע חדשים. וועלן נאך אזעלכע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס פון גרעיטער קאנאדא אריינקומען אין די פאזיטיווע פיאנירנדע ארבייט וואס “מרכז השד”ר” טוט צושטעלן בס”ד.

אנגעהויבן פון קומענדיגן מאנטאג פר’ בלק, למספרם יולי 3 2017, וועלן מוסדות, ארגאניזאציעס און שליחי צדקה ווייטער קענען באקומען נדבות פון די דערמאנטע אפיליאירטע “טשעריטי” ארגאניזאציעס אויסשליסליך נאר מיט’ן צייגן אן ארגינעלע “סערטיפיקאט” פון “מרכז השד”ר”.

א וואך פארדעם, מאנטאג פר’ חוקת, למספרם יוני 26 2017, וועט “מרכז השד”ר” עפענען די טויערן און אנהויבן צו באהאנדלן די פארלאנגען פון מוסדות, צדקה צוועקן און שד”ר’ן, אזוי וועט מען שוין קענען זיין גרייט מיט די “סערטיפיקאטן” אויף די באשטימטע צייט און קענען ווייטער מקבל זיין די הארציגע נדבות דורך די “טשעריטי” ארגאניזאציעס.

100 פראצענט לעגאלע יסודות אויף טריט און שריט

מרכז השד”ר איז געגרינדעט געווארן דורך די אפיליאירטע טשעריטי ארגאניזאציעס, נאכ’ן אנערקענען אז סיידן מען שטעלט אוועק א נייע לעגאלע רוקן-ביין פאר צדקה געלטער דאהי וועלן די ארגאניזאציעס נישט קענען אנגיין ח”ו און אומצאליגע מוסדות און נצרכים וועלן מער נישט קענען באקומען קיין נדבות אין קאנאדא...!

במשך 18 מאנאטן האט “מרכז השד”ר” אויסגעארבייט די פיאנירנדע ווערק צוזאמען מיט גרויסע אדוואקאטן וואס ספעציאליזירן זיך אין נאן-פראפיט געזעצן, צו זיין א “דבר השוה לכל נפש”.

מרכז השד”ר רופט אויס: מיר קענען די שוועריגקייטן און מיר האבן די לעזונגען, אלעס זאל גיין לעגאל און גלאטיג לויט די פארשריפטן פון די קאנאדער שטייער אמט CRA.

מיט די נייע “סערטיפיקאט” סיסטעם פון “מרכז השד”ר” קענען אלע מוסדות, מפעלי צדקה וחסד, און יחידים וואס קומען אהער צוזאמקלויבן נדבות פון אחינו בני ישראל, האבן אלעס צוגעשטעלט הונדערט פראצענט כשר וישר בדיני שמיא ודינא דמלכותא על צד היותר טוב.